בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש לך לך פ״ז
רוסישע רעגירונג לייקנט מידיא באריכטן אז זייערע דיפלאמאטן האבן פארלאזט איראן'ס בושהער נוקלעארע פלענט
רוסלאנד האט געלייקנט באריכטן אז זיי האבן עוואקואירט דיפלאמאטן און נוקלעארע ספעציאליסטן פון איראן'ס בושהער נוקלעארע פאוער פלענט, זאגנדיג אז די באריכטן זענען פאלשע אינפארמאציע.
מאסקווע זאגט אז די רוסישע באאמטע אינעם נוקלעארן פלענט האבן נישט קיין שום פלענער צו פארלאזן איראן, און אז די אפעראציעס אין די רוסישע געשטיצטע נוקלעארע איינריכטונג גייען אן אומגעשטערט.
די סטעיטמענט פון מאסקווע קומט נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז א צאל רוסישע מיליטערישע טראנספארט פליגערס האבן געלאנדעט פאריגן פרייטאג ביי די בושהער לופט באזע אין דרום איראן.