בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
מוצ״ש לך לך פ״ז
איראנער העקערס פובליצירן בילדער, דאקומענטן און אינפארמאציע פון הויכן מדינת ישראל קאמאנדיר
איראנער פארבינדעטע העקערס האבן ארויסגעשטעלט די אידענטיטעט פון א הויכראנגיקער מדינת ישראל מיליטערישער קאמאנדיר און האבן ארויסגעשטעלט אינפארמאציע וואס שטעלט אין געפאר יענעמס לעבן.
די העקעריי גרופע "האנדאלא" האט ארויסגעשטעלט מער ווי דריי הונדערט מעגא-בייטס פון מאטעריאל, אריינגערעכנט בילדער פון אן עליטע אינדזשענירונג יוניט פון די מיליטער, בילדער פונעם קאמאנדיר'ס פאמיליע און דאקומענטן.
מדינת ישראל באאמטע האבן געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג, צו דערגיין וויאזוי די האקעלע בילדער, דאקומענטן און אינפארמאציע איז אנגעקומען צו די איראנער העקערס.