בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
באאמטע פארשן אויס אינצידענט וואו 71 יעריגער מאן איז אומגעקומען דורך א דרייווערלאזע טעסלא
א 71 יעריגער מאן איז אומגעקומען נאכדעם וואס ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א טעסלא וואס איז געפארן בערך 70 מייל פער שעה אין קאליפארניע.
דער 26 יעריגער דרייווער פון די טעסלא האט געזאגט פאר הייוועי פאטראל אפיצירן אז די קאר איז געפארן אין סעלף-דרייווינג מאוד ווען די עקסידענט פאסירט ווען דער פוסגייער איז אריבערגעגאנגען צופוס אינמיטן די ראוד.
רעקארדירונגען צייגן וויאזוי די טעסלא קאר האט געברעיקט און זיך גערוקט לינקס, בעפאר'ן אראפקלאפן דעם מענטש וועלכער איז געקומען פון די רעכטע זייט, און די באאמטע פארשן דעם אינצידענט.