בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' לך לך פ״ז

אָנגעהויבן פון נאָוועמבער 3, וועט די "סי-די-סי" פארלאנגען פון אלע אינטערנאציאנאלע פּאסאזשירן וואס קומען אריין קיין אמעריקע מיט פליגערס, צו באשטעטיגן אז זיי האבן נישט באזוכט קאנגא אין די 21 טעג בעפאר'ן טרעוולען.
די נייע שריט צילט צו אדרעסירן די זארגן אז די "עבאלע" וויירוס קען זיך אריינכאפּן קיין אמעריקע, און מען וויל פאַרמיידן פּאַסאַזשירן וואָס זענען מעגליך אָנגעשטעקט, זאָלן נישט אַריינקומען.
דאָס קומט אויסער די עקזיסטירנדע פארבאט אויף רייזנדע וואס האבן באזוכט לעצטנס אין קאנגא אויפצושטייגן אויף פליגערס קיין אמעריקע.