בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' לך לך פ״ז

דרום קאָרעאַ'ס שפּיאָנאַזש אַגענטור האָט געזאָגט אַז זיי האָבן באַשטעטיגט אַז דער צפון קאָרעאַ דיקטאַטור קים יאָנג אָן איז געהעריג ביים לעבן, און ער צייגט נישט קיין צייכענעס פון געזונטהייט פּראָבלעמען.
די אַגענטור האָט געלייקנט די באַריכטן און שמועות וואָס האָבן זיך אַרומגעדרייט אין די לעצטערע טעג אַז קים איז געשטאָרבן און אַז זיין שוועסטער האָט איבערגענומען די לייצעס פון די רעזשים.
לויט ווי די דרום קאָרעאַ באַאַמטע זאָגן, זעט מען ווייטער וויאַזוי קים באַוועגט זיך געהעריג, און מען האָט אים אפילו אָבזערווירט ביים ארויפלויגן סטעפס, וואָס צייגט קלאָר אַז ער איז אויבנאויף אינגאַנצן געזונט.