בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' לך לך פ״ז

ניו יאָרק סיטי האָט פאַרלוירן אַרום דרייסיג טויזנט דזשאַבס אין אוגוסט און סעפּטעמבער, ברענגענדיג א וואָרענונג פון קאָמפּטראָלער מאַרק לעווין איבער עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.
אין סעפּטעמבער זענען פאַרלוירן געגאַנגען 23,000 דזשאַבס, און דאָס איז געקומען שוין נאָכדעם וואָס אין אוגוסט זענען פאַרלוירן געגאַנגען 7,400 דזשאַבס, ברענגענדיג די יערליכע סך הכל צו 32,000.
אויך צייגן פרישע דאַטאַ אַז די סיטי אינפלעישאָן האָט דערגרייכט צו פיר אַהאַלב פּראָצענט, רענט איז געוואַקסן מער ווי פינף פּראָצענט], און ענערגיע קאָסטן העכער 21 פּראָצענט.