בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
פרישע רוף אויסצופארשן "יו עף או" פענאמען נאך פובליצירטע רעגירונג דאקומענטן איבער אינצידענטן די לעצטע יאר
נייע פּובליצירטע רעגירונג קלאַסיפייד דאָקומענטן צייגן דריי אינצידענטן ווען מען האָט געזען שוואַרצע טרייענגל אָביעקטן העכער געהיימע אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזעס אין די לעצטע יאָר צייט.
עדות האָבן געשאַצט אַז די ספּיד פון די אָביעקטן האָבן דערגרייכט אַכצן הונדערט מייל פּער שעה, אָבער די אָביעקטן האָבן נישט אַרויסגעגעבן קיין גערודער און נישט קיין שום רויעך אָדער פּאַרע אין די הימלען.
די פרישע עדות'שאַפטן איבער די דריי אינצידענטן אין די לעצטע יאָר צייט, פאַרשטאַרקערט די רופן פון אַקטיוויסטן אַז דער פּענטאַגאָן זאָל צוריקעפענען אירע אויספאָרשונגען איבער "יו עף אָו'ס".