בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ו' לך לך פ״ז

א פלייט פון אל-על פון תל אביב קיין נואַרק איז געוואָרן געשיקט קיין פּאַריז וואו עס האָט געלאַנדעט, נאָכדעם וואָס א מאַנשאַפט איז קראַנק געוואָרן און האָט נישט געקענט ווייטער אַרבעטן.
דער פליגער האָט געלאַנדעט און מען האָט געגעבן מעדיצינישע באַהאַנדלונג פאַר'ן פליגער איינגעשטעלטן, און א צאָל פּאַסאַזשירן זענען געוואָרן פריש געבוקט אויף אַנדערע עירליינס.
די פאַרבליבענע אידישע פּאַסאַזשירן זענען ערוואַרטעט צו פאַרברענגען שבת אין פּאַריז ביי א האָטעל אינעם לופטפעלד און די לאָקאַלע אידישע געמיינדע האָט אַראַנדזשירט כשר'ע עסנוואַרג פאַר די סעודות און א פּלאַץ צום דאַווענען.