בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
רוסלאנד עוואקואירט אירע נוקלעארע סייענטיסטן פון איראן'ס בושער נוקלעארע איינריכטונג צוליב אטאקע געפאר
רוסלאַנד האָט געענדיגט עוואַקואירן א צאָל רוסישע נוקלעאַרע סייענטיסטן און אַנדערע איינגעשטעלטע פון די בושער נוקלעאַרע איינריכטונג אין דרום איראַן.
די עוואַקואַציע האָט אַריינגענומען מערערע פליגערס, אָבער די פּונקטליכע צאָל פון וויפיל עס זענען עוואַקואירט געוואָרן און וואו זיי זענען געפאָרן און וויפיל רוסישע איינגעשטעלטע זענען דאָרט פאַרבליבן איז נישט קלאָר.
דאָס קומט צוליב וואָס עס איז דאָ א מעגליכקייט אַז אַמעריקע וועט צילן די בושער נוקלעאַרע איינריכטונג מיט אַן אַטאַקע.