בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
, כדי צו אדרעסירן א סופליי פראבלעם וואס אפעקטירט א גרויסע ריפיינערי אין לואיזיאנא.
ווי די ענערדזשי דיפארטמענט זאגט, וועט די יעצטיגע שריט העלפן אדרעסירן א צייטווייליגע פראבלעם וואס טוט אפעקטירן די לעיק טשארלס ריפיינערי פון 'פיליפּס 66', א פלענט וואס קען אויסארבייטן ארום 264 טויזנט פעסער טעגליך.
דאס ארויס געבן אויל פון די ריזערוו קומט אין צייט וואס די ריזערוו שטאפל איז שוין ביז יעצט געווען די נידריגסטע זייט 1982 למס', וויבאלד פרעזידענט טראמפ האט ארויס געגעבן א חלק דערפון צו העלפן באלאנצירן אויל פרייזן דורכאויס די איראנער מלחמה, און זיין פארגייער פרעזידענט ביידען האט געטון די זעלבע נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקראינא.