בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
מדינת ישראל האט געמאלדן אז אין רעאקציע צו די שיסעריי טעראר אטאקע נעבן חברון וואס האט געקאסט דאס לעבן פון צוויי סאלדאטן, גייט ווערן דורכגעפירט א גרעסערע אפאראציע אין די מערב ברעג, אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזען אין צענדליגער יארן.
פרעמיער מיניסטער נתניהו זאגט, אז מדינת ישראל גייט פארניכטן די גאנצע חברון געגענט פון וואו די צוויי טעראריסטן זענען געקומען, ענליך צו וואס די מדינת ישראל מיליטער האט דורכגעפירט פאריגע יאר ביי פלטים לאגערן אין דזשענין און אין טולכרם.
א חלק פון די אפאראציע וועט זיין צו גיין פון הויז צו הויז צו טרעפן און פארניכטן וואפן, און אזוי אויך אויסצוליידיגן הייזער וועלכע זענען געבויט געווארן אן פערמיטס לענגאויס שאסייען אין די מערב ברעג.