בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ו' לך לך פ״ז
די טעראר אטאקע איז געווארן דורכגעפירט דורך צוויי טעראריסטן וועלכע זענען געקומען צו פארן ביז נאנט צו א צייטווייליגע טשעקפוינט, און זענען ארויס פון זייער קאר אויף זייטיגע געסל פון וואו זיי האבן אנגעפאנגן שיסן אויף סאלדאטן ביים טשעקפוינט.
די טעראריסטן האבן זיך אויסבאהאלטן צווישן געביידעס צו קענען ווייטער שיסן, פירענדיג צו א פייער אויסטויש וואס האט אנגעהאלטן פאר מער ווי 20 מינוט בעפאר ביידע זענען דערהארגעט געווארן.
מדינת ישראל באאמטע פארדעכטיגן אז די אריגינעלע פלאן פון די טעראריסטן איז געווען דורכצופירן א גרעסערע טעראר אטאקע אקעגן ציווילע אויף שאסיי נומער 35, אבער נאכ'ן זען אז זיי קענען נישט אנקומען אהין האבן זיי באשלאסן צו אטאקירן די צייטווייליגע טשעקפוינט.
די צוויי טעראריסטן זענען אידענטיפיצירט געווארן אלץ איינוואוינער פון די שטאט חברון, אבער עס איז נישט קלאר אויב זיי האבן געארבייט אליינס אדער זיי זענען געווען אנגעשלאסן אין א גרעסערע טעראר נעטווארק.