ד' חיי שרה פ״ז

פונקטליכע מאפעס פון פארמעסטן און געווינער

פאר מאפעס פון פארמעסטן מיט אפדעיס פון די געווינער דרוקט דא:
https://www.yiddish24.com/elections

דרוקט דא צו הערן לעבעדיגע אנאליזן און אבזערוואציעס איבער די וואלן אויסגאנג פון 7:40 ביינאכט

קליינגעלט - פנחס לייפער

גוט מארגן! היסטארישע מידטוירם וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס האט פאסירט און וואו גייט מען ווייטער?

יוסי געשטעטנער - אנאליז

א צונאמי וואל נאכט

אמעריקאנער האבן געשטימט אין די מאסן פאר א ערענסטע טויש און אויפשאקלונג אין וואשינגטאן

שטייענדיג נאך א גאר העפטיגע וואל סעזאן, וואס פילע האבן געזען אלץ רעפערענדום אויף פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס, האבן אמעריקאנער וויילער געשטימט פאר א נייע עפאכע אינטער וואס די דעמאקראטישע פארטיי וועט קאנטראלירן סיי קאנגרעס און סיי סענאט.
ווי מען שטייט מאמענטאל האבן דעמאקראטן זיך פארזיכערט מיט 53 זיצן אינ'ם סענאט, נאכ'ן טוישן 7 סענאט זיצן פון רויט צו בלוי, אין צייט וואס די ריפובליקאנער האבן 41 זיצן, קיין איינס דערפון נישט געטוישט.
באקומען דעם קאנטראל אויף ביידע געזעץ הייזער באדייט אז פרעזידענט טראמפ וועט זיין געבינדן ווען עס קומט דורכצופירן זיין אגענדע, און די זעלבע ווען עס קומט צו נאמינירן מענטשען צום סופרים קארט און אנדערע רעגירונג פליגלן.
באזונדער וועלן דעמאקראטן האבן דעם מעגליכקייט צו קענען עפענען ברייטע אויספארשונגן אויף די טראמפ אדמיניסטראציע, אזוויווי זיי האבן געהאט פארשפראכן די לעצטע שטיק צייט צו טון אויב זיי באקומען צוריק דעם קאנטראל.
-
ביים אויספרעגן וויילער וואס זענען געגאנגן צו די שטים בודקעס, האט מען געזען אז פילע זענען זייער אומצופרידן פון די יעצטיגע ריכטונג אין וואס דאס לאנד גייט, און זיי זענען אין די גוסטע פון א טויש.
א הויפט זארג ביי וויילער איז געווען הויכע ברענשטאף און עסן פרייזן, מיט ארום 60 פראצענט וועלכע האבן געזאגט אז זיי זענען זייער באזארגט איבער די קאסט פון עסן, און אן ענליכע ראטע איבער די פרייז פאר גאזאלין אדער דיזעיל.
-
פרעזידענט טראמפ האט אין אן אינטערוויו יעצט ביינאכט געזאגט, אז ער פארשטייט אז די מלחמה אין איראן איז טיילווייז שולדיג פאר די מאסיווע ריפובליקאנער פארלוסטן, אבער ער האלט נאך אלץ אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך.
טראמפ זאגט אז ער פאר זיך ווייסט אז ער האט געטון די ריכטיגע זאך, און ער וואלט עס נאכאמאל געטון.
ער זאגט אז לויט זיין מיינונג טוען אמעריקאנער זיך נישט קימערן אזוי ווייט מיט די מלחמה זעלבסט, ווי איידער מיט די העכערע אויל פרייסן וואס עס האט אנגעברענגט.
ער האט אבער אפגעווארפן דעם מיינונג אז די רעזולטאטן מיינען אים דירעקט, טראץ וואס ריפובליקאנער האבן פארלוירן אין אזעלכע רויטע סטעיטס ווי קענסעס, סאוט קאראליינא און טעקסעס.
טראמפ האט דערביי ווידערהאלט אז די גרעסטע פראבלעם פון אלעם איז געווען די פאקט אז זיין נאמען איז נייט געווען אויפ'ן בעלאט.
ער זאגט אז ער האט נישט קיין שום פלענער צו מאכן טוישונגן אין זיין אדמיניסטראציע, און ער טוט ווייטער שטיצן דיפענס סעקרעטערי פיט העגסעט וועלכע האט אנגעפירט דעם מלחמה קעגן איראן.
דער פרעזידענט האט דערביי אויסגעדרוקט האפענונג צו ארבייטן מיט די דעמאקראטן, אבער אין די זעלבע צייט קלארגעמאכט אז ער וועט נוצן זיין וועטא מאכט אויב עס וועט זיך אויספעלן.
ער האט דערביי צוגעלייגט, אז ער מיינט אז ער וועט זיך גאר גוט דורכקומען מיט די דעמאקראטן, און דאס איז די וועג וויאזוי זאכן גייען.
-
די דעמאקראטישע סענאט פירער טשאק שומער האט אפגעהאלטן א נייעס קאנפרענץ וואו ער האט געפייערט די זיג פון זיין פארטיי, אין צייט וואס ער שארפט זיך שוין די צייט צוריק צו ווערן מאיאריטעט פירער.
שומער זאגט אז זיין פארטיי איז איבערגעקומען אלע ערווארטונגן, און וויילער געשיקט א קלארע מעסעדזש אקעגן די ריפובליקאנער, ווען זיי האבן גענומען די רויטע וואנט און עס צעווארפן צו א הויפן רויטע ציגל.
ער זאגט אז ער האט א קורצע מעסעדזש פאר אמעריקאנער איבערן לאנד, און דאס איז, אז 'הילף איז אינטערוועגענס'.
-
דער ריפובליקאנער סענאט פירער דזשאן טון האט פארעפענליכט סטעיטענט אין וואס ער ווארענט אז ריפובליקאנער וועלן נישט שטיין אין די זייט ווען די עקסטרעם לינקע סאציאליסטישע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי פראבירט צוריק צו דרייען אלעס וואס די ריפובליקאנער האבן אויפגעטון ביז יעצט.
ער זאגט אז די גוטע נייעס איז, אז פרעזידענט טראמפ געפוט זיך נאך אין די ווייסע הויז, און מען וועט קענען ארבייטן מיט אים אפצושטעלן די ווילדע כוואליעס פון דעמאקראטישע עקסטרעמיזעם.
-
דעמאקראטישע פירער פון זייער זייט זענען צופרידן אז די מאיארטעט אין קאנגרעס וועט זיין א ברייטע מאיאריטעט, וויבאלד אזוי וועלן די עקסטרעם לינקע האבן ווייניגער מאכט ווי אין פאל פון א גאר שמאלע קאנגרעס.
די גענויע מאפע אין קאנגרעס קען נאך נעמען א שיינע פאר טעג קלאר צו ווערן, אבער ווי עס שיינט וועלן דעמאקראטן האבן א גאר באדייטענדע אויבערהאנט.
מאמענטאל זענען שוין באשטעטיגט געווארן 207 זיצן פאר זייער זייט, אריין גערעכענט 22 זיצן אריבער געשלעפט פון די ריפובליקאנער, אין צייט וואס די ריפובליקאנער האבן 123 באשטעטיגטע זיצן, קיין איינס דערפון נישט אוועק געשלעפט פון די דעמאקראטן.

דער דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט אבדול על סאאיד איז דערקלערט געווארן געוואונער פון די מישיגען סענאט פארמעסט

אבדול על סאאיד איז דערקלערט געווארן געוואונער פון די מישיגען סענאט פארמעסט, באזיגענדיג דעם ריפובליקאנער קאנדידאט מייק ראדזשערס.
על סאאיד, וועלכע איז געלאפן אויף א ליביראלע קאמפיין קאנצענטרירט ארום העלטה קעיר און לעבענס קאסטן, גייט דערמיט ווערן די ערשטע מוסלומענער אמעריקאנער צו ווערן אריין געוועלט אינ'ם סענאט.
ער גייט ערזעצן דעם דעמאקראטישן סעטאר גערי פיטערס, וועלכע האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג.

זעיוויער בעסערע האט באזיגט דעם ריפובליקאנער קאנדידאט סטיוו הילטאן צו ווערן קומענדיגע גאווערנער פון קאליפארניע

בעסערע, וועלכע האט אמאל סערויורט אלץ ביידען קאבינעט מיטגליד און אלץ סטעיט אטוירני דזשענערעל, גייט ערזעצן דעם דעמאקראט געווין ניוסאם, וועלכע קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג צוליב טורם לימיטס.
מיט'ן איבערלאזן דעם גאווערנער אפיס וועט ניוסאם זיין מער פריי פארצוזעצן מיט זיין ארבייט פון מעסטן די וואסערן פאר א פאטענציאלע ווייסע הויז קאמפיין.

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

עלעקשאן נאכט 1:20

אינטערוויו: העסקן ר' בנציון ווידער איז דערקלערט געווארן געוואונער אין זיין ווידערוויילונג פארמעסט פאר די 97'סטע סטעיט אסעמבלי דיסטריקט אין ראקלענד קאונטי

העסקן ר' בנציון ווידער

די לאנגע יעריגע ריפובליקאנער סענעטאר פון מעין, פרוי קאלינס, האט טעלעפאנירט איר קעגנער טראוי דזשעקסאן צו אנערקענען זיין געווינס

קאלינס, וועלכע סערווירט שוין 5 טערמינען אינ'ם סענאט, איז דורכאויס די יארן אויסגעשטאנען ווייניגסטענס 2 ערענסטע פארמעסטן דורך דעמאקראטן, אבער דאסמאל איז דאס ערשטע מאל וואס די דעמאקראטן האבן איר באזיגט.
אזוי אויך איז די דעמאקראטישע קאנדידאט פלענעגען דערקלערט געווארן אלץ געוואונער פון די מינעסאטע סענאט פארמעסט, וואס דערמיט האבן די דעמאקראטן זיך שוין פארזיכערט מיט ווייניגסטענס 53 זיצן אינ'ם סענאט.

ג' חיי שרה פ״ז

טעקסעס גאווערנער גרעג אבאט האט געגעבן א קאנצעסיע רעדע, אין וואס ער האט אנערקענט זיין פארלוסט פאר'ן דעמאקראטישן גאווערנער קאנדידאט

גאווערנער אבאט זאגט אז ער האט זיך שוין פארבינדן מיט הינעהאָסע איר צו לאזן וויסן אז ער וועט איר שטיין צו די האנט און ארויס העלפן מיט די טראנזישאן.
די שטוינענדע פארלוסט פון גאווערנער אבאט, אין א סטעיט וואו א דעמאקראט האט נישט געהאט דעם גאווערנער בענקל פאר מער ווי 30 יאר צייט, גייט גענצליך טוישן די פאליטישע מאפע אין טעקסעס, נאכדעם וואס די דעמאקראט דזשעימס טאלעריקא האט אויך געזיגט דעם סענאט פארמעסט.
טאלעריקא'ס זיג איבער קען פעקסטאן איז א פערזענליכע פארלוסט פאר'ן ביליאנער אילאן מאסק, וועלכע האט אויסגעגעבן מער ווי 210 מיליאן דאלאר אינטערצובעטן פעקסטאן'ס קאמפיין.
פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די פארלוסטן פון אבאט און פעקסטאן איז נישט די איינציגסטע פאר ריפובליקאנער אין די סטעיט, נאר זיי רישן זיך אז די נאכט וועט זיך ענדיגן מיט נאך פארלוסטן פאר ריפובליקאנער אין די סטעיט אויף א פארנעם וואס וועט דרמאאטיש טראנספארמירן די פאליטישע מאפע אין די סטעיט.

קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז ארויס געקומען אנערקענען די פארלוסטן פון די ריפובליקאנער פארטיי היינט נאכט

אין צייט וואס דעמאקראטן האבן זיך שוין פארזיכערט מיט קאנטראל פון קאנגרעס און ווייניגסטענס 50 זיצן אינ'ם סענאט.
דזשאנסאן זאגט אז אמעריקאנער וועלכע זענען אנטוישט פון די היינט נאכטיגע רעזולטאטן זאלן וויסן אז ער איז אויך אנטוישט, אבער ער ווערט קיינמאל נישט אנטמוטיגט, וויבאלד מען לעבט ווייטער אין די בעסטע לאנד איבער די וועלט.
ער זאגט אז ער גייט נישט הייבן הענט נאר ווייטער קעמפן אקעגן די סאציאליסטישע אגענדע אין וואשינגטאן.
פרעזידענט טראמפ האט אויך געגעבן א פאון אינטערוויו, אין וואס ער האט ווידעראמאל דערקלערט אז די פארלוסטן פון די ריפובליקאנער איז וויבאלד זיין נאמען איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט.

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

עלעקשאן נאכט 11:40

דעמאקראטן האבן זיך מער ווייניגער פארזיכערט מיט א מאיאריטעט אינ'ם סענאט, ווען זיי האבן געוואונען די סענאט זיצן פון קענסעס און פון אהייא

אין קענסעס איז עדעם העמילטאן דערקלערט געווארן געוואונער איבער דעם אמטירענדן סענעטאר ראדזשער מארשעל, א זיג וואס איז גאר שטארק מערקוועדיג, נעמענדיג אין באטראכט אז קענסעס איז א סטעיט וואו א דעמאקראט האט נישט געוואונען א סענאט זיץ זייט יאר 1939 למס'.
אין אהייא האט דער געוועזענער דעמאקראטישער סענעטאר שעראד בראון באזיגט דעם אמטירענדן ריפובליקאנער סענעטאר דזשאן האָסטעד, א פאליטיקאנט וועלכע איז געווארן אריין געשטעלט דורך גאווערנער דיוויין, נאכדעם וואס דזשעי. די. ווענס איז געווארן וויצא פרעזידענט.
בראון האט אין די פארגאגענהייט סערווירט דריי טערמינען אויף די סטעיט'ס אנדערע סענאט זיץ, ביז ער האט פארלוירן אין יאר 2024 למס' פאר'ן ריפובליקאנער סענעטאר בערני מאָרענאָ.
בראון ווערט יעצט די 7'ט געוועזענע סענעטאר זייט יאר 1946 זיך צוריק צו קערן צום סענאט נאכ'ן פארלירן א פארמעסט.
דעמאקראטן האבן אויך אפגעהאלטן א זיג ביי די אייאווא גאווערנער פארמעסט, וואו דער דעמאקראטשיער סטעיט אודיטער ראב סענד האט באזיגט דעם אמטירענדן ריפובליקאנער, די ערשטע מאל אין 20 יאר וואס די אפיס גייט צו די דעמאקראטן.

קליינגעלט - פנחס לייפער

עלעקשאן נאכט אפדעיט 11:25

א שפאציר אין וואשינגטאן - דוד לעבאוויטש

עלעקשאן נאכט 11:20

קליינגעלט - פנחס לייפער

עלעקשאן נאכט אפדעיט 11:00

פאליטישע נאטיצן - שרגא שטערן

עלעקשאן נאכט 11:05

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט קאנלי האט געווינען די פארמעסט אקעגן דעם ריפובליקאנער קאנגרעסמאן מייק לאולער אין די 17'ט דיסטריקט

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט פרוי קאנלי איז דערקלערט געווארן אלץ געוואונער פונ'ם פארמעסט אקעגן דעם ריפובליקאנער קאנגרעסמאן מייק לאולער פון די 17'ט דיסטריקט וואס נעמט אריין די אידישע ראקלענד קאונטי.
לאולער האט געגעבן אן אויפטריט אין וואס ער האט אנערקענט זיין פארלוסט, וואס קומט אין א נאכט פון א דעמאקראטישע כוואליע.
איר זיג איבער לאולער ברענגט צו אן ענדע א קורצע קאדענץ וואס האט זיך אנגעפאנגן 4 יאר צוריק ווען לאולער האט באזיגט דעם אמטירענדן דעמאקראט שאן פעטריק מעלאני.
לאולער איז שפעטער געלאפן פאר ווידערוויילונג און אפגעשלאגן א פרואוו פון דעמאקראטן צוריק צו נעמען די סווינג דיסטריקט, אבער היינט נאכט זענען די דעמאקראטן אריין געקומען גאר שטארק און ער האט פארלוירן דעם פארמעסט.

דער דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט דזשעימס טאַלעריקא איז דערקלערט געווארן געוואונער פון די סענאט פארמעסט אין טעקסעס

, באזיגענדיג דעם ריפובליקאנער קאנדידאט קען פּעקסטאן.
די זיג פון טאלעריקא איבער פעקסטאן איז נישט בלויז א טאקטישע זיג פאר דעמאקראטן צו האבן נאך א זיץ אינ'ם סענאט, נאר אויך א גאר שטארקע סימבאלישע עררייכונג, נאך לאנגע יארן וואס די פארטיי פראבירט אריין צו געוואונען אין די רויטע סטעיט.
באזונדער קען עס זיין א פערזענליכע פארלוסט פאר פרעזידענט טראמפ, וועלכע האט געשטיצט פעקסטאן ביי די ריפובליקאנער פריימערי אקעגן דעם אמטירענדן סענעטאר דשאן קארנין, טראץ דעם וואס א צאל ריפובליקאנער האבן געהאלטן אז קארנין איז א שטארקערע קאנדידאט.