קול מבשר שטעלט היינט צו א ספעציעלע צום שבעה עשר בתמוז לייוו פראגראם

א' פנחס ע״ט

2 אזייגער: וועט מען הערן א אינהאלטסרייכע שמועס מיטן בעל מחנך ופה מפיק מרגליות הרב שאול קליין, איבער אומבאקאנטע היסטאריע.

3 אזייגער: ספעציעלער פראגראם צום 50-סטע יארטאג פון ווען דער ערשטער מענטש האט געלאנדעט אויף די לבנה, מיט אסטראנאמישע זאך קענער, און אידן וועלכע געדענקן נאך דעם טאג ווי היינט.

דער ידען הרב יוסף פרץ הלוי ביללער, דער רב פון ספעיס קאוסט הרב צבי קאניקוב, לבנה לאנדן בהלכה מיט הרב חיים בעניש, און היסטארישע זכרונות מיט הרב יונה לאנדא.

4:30: אינטערוויו מיטן פילאט הרה"ח ר' ישכר לעפקאוויטש, וועלכער האט אין די אנהויב ניינציגער יארן אנגעפירט מיט "קעטסקיל עיר", וואס האט געטראגען און געברענגט דעם עולם פון די קאנטריס מיט פליגערס, און ביז 18 מינוט איז מען געווען אין באנגעלאו, זיין ערשטע צוויי טויזנט דאלאר'דיגע סעלפאון, און ווען מען האט כמעט געהאלטן ביים אפקויפן א עירליין בלויז פאר חרדישע אידן.

5 אזייגער: אן אינטערוויו מיט דער קול מבשר וועטער עקספערט, ר' יקיר ביגעלאייזן, איבער זיין אויסשליסליכער באזוך ביים נעשינאל וועטער סערוויס, דער פעדעראלער אגענטור וואס פארפיגט איבער די וועטער פון די גאנצע פאראייניגטע שטאטן, זיי שיקן ארויף ערעפלאנען און וועטער באלאנען צוזאמען צו נעמען דאטא איבער די קלימאט אין דערנאך שיקן זיי ארויס די אינפארמאציע צו אלע לופטפעלדער, און צו די מידיאראלאגיסט ביי די נייעס סטאנציעס, און ווען עס קומט א שווערע האריקען אדער שניי פארארדענען זיי עמערדזשענסי עוועקואציעס.

6 אזייגער: א שמועס דורך ר' הערשל פריעדמאן איבער די געהיימע "עריע 51" באזע אין נעוואדא וואס ווערט קאנטראלירט דורך די אמעריקאנער מיליטער, און עס זענען דא קאנספיראציעס אז די מיליטער באהאלט דארטן עליען באשעפענישן פון אן אנדערן פלאנעט.

7 אזייגער: אן אינטערוויו מיט ר' יוסף פריעד, א היימישער ריעל עסטעיט מענעדזשער און עסקן איבער די נייע ראדיקאלע רענט קאנטראל געזעץ אין ניו יארק סטעיט.

די פראגראם קען מען הערן ביי די "אידיש לייוו" אפטיילונג אויפן הויפט בלאט.

0:00
Share good
heint email good
פאפולערע קאטעגאריעס

אינטערוויוס

פארשידענס

געזונטהייט

אנאליזן

ביזנעס

נגינה